מילות השיר

אין ארץ ישראל
מיט יארן טויזענטער צוריק
דער ביהמ"ק איז נאכנישט געווען
אידן האבן געלעבט צופרידן פול מיט גליק
און קיין צרות האט מען נישט געזעהן

אין א פעלד פון פרוכט
און תבואה גאר אסאך
געוואוינט האבן צוויי יודן דארטן שיין
אין איין זייט א ברידער
א פרוי מיט פילע קינדערלעך
אין צווייטן זייט א ברודער גאנץ אליין
דער פעלד באלאנגט צו זיי ,
צו די ברידער צוויי
און ער איז צוטיילט אויף טיילן גלייכע
דער ברודער וואס אליין,
די הוצאות זייער קליין
איז ער זיך געווארן גאר א רייכער

אין צווייטנס ברודער'ס הויז,
די משפחה זייער גרויס
און וויפיל ער באקומט איז קוים צום לעבן
ער איז אבער געהיט,
ביי קיינעם נעמט ער נישט
כאטש זיין ברודער וויל אים שטענדיג געבן

די וועלט מען קען איר נישט אויסגלייכן
איינער האט דאך ווייניג איינער פיל
דער ארעמער דארף נעמען ביים דעם רייכן
און דער רייכער
דארף אים געבן וואס ער וויל
א איד דארף זיין פיל מיט געפילן
רחמנות האבן אויפן ארימאן
און דער באשעפער וועט עס אויך דערפילן
און אויך אויף אונז רחמנות האבן דאן

אויף די בערג פון יהודא
די זון ארויסגעקומען
און באלויכטן האט די גאנצע וועלט
אידן האבן זיך צונויף געקומען
אראפ נעמען תבואה פון דעם פעלד

דער רייכער ברודער
קען נישט ארבעטן צו גיך
שווער צו טרעפן ווער זאל פאר אים טאן
ביים צווייטן ברודער
ווי מען ענדיגט נאר ביי זיך
צום רייכן קומט מען העלפן פיל מען קאן

גייען זיי אזוי, א רייע נאך א ריי
מיט די מעסערס שניידן זיי די זאנגען
און צוזאמען אויך, אלע זינגען הויעך
צום באשעפער ערליכע געזאנגען
פון אונטן אין א זייט, די ארימעלייט
קלייבן אויף דאס וואס מען האט פארגעסן
א זאנג פאלט אויף דער ערד ,
צום ארימאן געהערט
ער זאל אויכעט האבן וואס צו עסן

די זון איז פארגאנגען
דער טאג איז שוין אנטלאפן
דער רייכער ברודער ליגט ביי זיך אין בעט
ער איז שטארק פארמאטערט
און ער קען נישט שלאפן
און שטילערהייט צו זיך אליין ער רעדט
אזויפיל תבואה היינט אראפגענומען
און ביי מיין ברודער
וועט נישט זיין אויף לאנג
ער איז נאך העלפן היינט צו מיר געקומען
און עס פאלט אריין אים א געדאנק

עס איז שוין זייער שפעט
ער לויפט ארויס פון בעט
צו זיינע פעלדער לויפט ער אן גערודער
א סנאפ )בינטל תבואה( נאך א סנאפ
ער לייגט זיך אויף זיין קאפ
און טראגט עס אויפן חלק פון זיין ברודער

ער גייט און ער גייט
די הארץ איז פול מיט פרייד
ער בעט נאר עס זאל זיין מיט הצלחה
דער ברודער וועט עס זען
נישט וויסן וואס געשעהן
און מיינען אז עס איז אריין די ברכה

דער ארימער ברודער
קיין אויג קען נישט צומאכן
פון זיין רייכן ברודער אלץ ער קלערט
אזויפיל תבואה אזויפיל גוטע זאכן
און דאס אלעס איז דאך גארנישט ווערט
איינער אליין און אלץ טוט איבער בלייבן
ער האט נישט קיין הנאה אויף דער וועלט
וואס א יאר טוט ער אלץ מער אן קלייבן
און פארקויפט און לייגט אוועק דאס געלט

זיין גאנצער געדאנק
איז וואס מער געלט אין שאנק
קיין אנדער גליק טוט ער דאך נישט פארמאגן
עס פאלט איין אין קאפ,
פון זיין פעלד א סנאפ
צו זיין ברודער'ס פעלד אוועק צו טראגן
די נאכט איז אזוי שפעט
ער לויפט ארויס פון בעט
ער נעמט א סנאפ
און הייבט עס אן צו טראגן
ער וועט עס לייגן ווייט, ערגעץ אין א זייט
זיין ברודער ווייסט נישט
פיל ער טוט פערמאגן

דער רייכער ברודער
האלט אלץ אין איין טראגן
און ער איז צופרידן שטארק פון דעם
פלוצלינג ווערט ער
שטארק איבערגעשראקן
ער זעהט עס קומט אן ווער אנטקעגן אים

א מענטש צו א חיה
ער ווייסט נישט וואס צו קלערן
ער שטייט און קוקט זיך איין אזוי אויף דעם
און ווי ער פאנגט אן נענטער צו ווערן
דערזעהן האט ער זיין ברודער נעבן אים

זיי האבן זיך בעטראכט, די אויגן צוגעמאכט
די סנאפעס שנעל געטון אנידער לייגן
און זיי האבן גיך, ארום גענומען זיך
און קוואלן טרערן פאלן פון די אויגן
מלאכים אין דער הויעך, וויינען מיט זיי אויך
און פון באשעפער פאלן אויך צוויי טרערן
און ער גיט זיין ווארט,
אז טאקע אויף דעם ארט
דער בית המקדש וועט געבויט דארט ווערן

אין בית המקדש פלעגט מען קומען
אויפגענומען האט מען יעדן גלייך
קרבנות פלעגן ווערן אנגענומען
דאס זעלבע צו מ'איז ארים צו מ'איז רייך
דער עיקר ווי מען מעסט פון אויבן
און ווייסט צו וועלכע מאס
עס גייט דארט אן
וויפיל דער מענטש טוט אין באשעפער גלויבן
און מעשים טובים ווי פיל ער האט געטאן

נוסף ע"י

ישראל חיים

שיתוף

האימייל לא יוצג באתר. שדות החובה מסומנים *

פרסומת

קליפ

וידיאו