מילות השיר

קוֹל בְּרָמָה נִשְׁמָע
מאמע, מאמע רָחֵל, מְבַכָּה עַל-בָּנֶיהָ;

מֵאֲנָה לְהִנָּחֵם. לְהִנָּחֵם עַל-בָּנֶיהָ, כִּי אֵינֶנּוּ.

מאמעניו מיין
וויין מאמע וויין
כֹּה אָמַר יְהוָה, מִנְעִי קוֹלֵךְ מִבֶּכִי.

אבער, מאמעניו מיין
וויין מאמע וויין
מֵאֲנָה לְהִנָּחֵם
ביז מיר וועלן שוין צוריק גיין אהיים.

"וְשָׁבוּ בָנִים"…

איך שטיי דא אליין
נעבן מיין מאמעס שטיין,
מיט ציטער טרעט-איך
מאמע איך בעט-דיך,
הער צו מיין געוויין.

אינמיטן וועג דו ליגסט
פון דיין קבר דו קוקסט,
ווי דיינע קינדער שטייען
וויינען און שרייען
און א נחמה פאר זיי דו שיקסט.

מאמע וואס גייט דא פאר
מיר שרייען שוין טויזענטער יאר,
ווי קענסטו שטיין אין א זייט
און צוקוקן און זעהן ווי דיין קינד ליידט.

מֵאֲנָה לְהִנָּחֵם
קום צוריק שוין אהיים,
ושָבו בנים אין ירושלים
יֵשׁ תִּקְוָה לְאַחֲרִיתֵךְ נְאֻם הַשֵם.

"וְשָׁבוּ בָנִים"…

נוסף ע"י

yooda120

שיתוף

האימייל לא יוצג באתר. שדות החובה מסומנים *

פרסומת

קליפ