מילות השיר

אונזער מלך איז נאר איינער, געווען און אייביג זיין-
וואס ער קען, קען נישט קיינער, איינציג אזוי.
די ערדן און די הימלען, עס שרייט פון זיך אליין,
דער בורא איז דאך איין, אין עוד מלבדו.

גענומען פון מצרים, פאר אונז געשפאלט דעם ים –
געוויזן האט ער זיינע נסים אסאך,
אונז האט ער אויסדערוועלט, בחר מכל העם –
מלך מלכי המלכים לנצח.

"או או או – והיה ה' למלך – או או או – על כל על כל הארץ או או או – ביום ההוא
יהיה ה' אחד ושמו אחד."

מדינות און מלכים, געוועלטיגט איבעראל
פארטיליקט זענען זיי, און קיינער מער געדענקט,
איינער איז אלץ פארבליבן, זיי זענען עם ישראל
זיי ווערן קיינמאל נישט אראפגעברענגט.

אונז ביז אהער באגלייט ער
אזוי ווייטער העלפן גייט-ער
באגלייטן און אונז שענקען
ווינדער נאך מער
אט אט ביום ההוא
שוין זוכה זיין דערצו
יעדער וועט דאן איינזען אז דער מלך אויף דער וועלט איז ער

"או או או – והיה ה' למלך – או או או – על כל על כל הארץ או או או – ביום ההוא
יהיה ה' אחד ושמו אחד."

אידעלע, איך ווייס ס'שווער – יעדער דאגות האט,
וויש נאר אפ דיין טרער – ווייל די ישועה איז אט אט.
והיה ה' למלך, קעניגן וועט גאט
ביום ההוא יהיה ה אחד

נוסף ע"י

yooda120

שיתוף

האימייל לא יוצג באתר. שדות החובה מסומנים *

פרסומת

קליפ