מילות השיר

נמצא בכתבי הקודש של הרב הקדוש רב לוי יצחק מברדיטשב זכותו יגן עלינו, וזה לשונו: סגולה גדולה להצלחה שיאמרו אנשים נשים וטף בקשה זו בכל מוצאי שבת קודש קודם הבדלה שלוש פעמים ובטוח אני שיצליחו בוודאי אם ירצה ה'…

גאט פון אברהם פון יצחק און פון יעקב
באהיט דיין פאלק ישראל פון אלעם בייזען אין דיינעם לויב
אז דער ליבער שבת קודש גייט אוועק.

און די וואך זאל אונז קומען צו אמונה שלימה
צו אמונת חכמים צו אהבת ודיבוק חברים טובים
צו דביקות הבורא ברוך הוא.

מאמין צו זיין בשלשה עשר עיקרים שלך
ובגאולה שלימה וקרובה במהרה בימינו
ובתחיית המתים, ובנבואת משה רבינו עליו השלום.

ריבונו של עולם דו ביסט דאך הנותן ליעף כוח
גיב דיינע ליבע אידישע קינדערלאך
כח דיר צו לויבן און און דיר צו דינען און ווייטער קיינעס נישט.

און די וואך זאל אונז קומען
צו חסד און צו מזל, און צו ברכה
און צו געזונט און צו עושר וכבוד
און צו בני חיי ומזוני לנו ולכל ישראל אמן.

נוסף ע"י

ישראל חיים

שיתוף

האימייל לא יוצג באתר. שדות החובה מסומנים *

פרסומת

קליפ